עמאציענאלע געזונטהייט
ארטיקלן געשריבן און די צייטונג דער מאמענט
*
עמאציענאלע געזונטהייט
פארווארט
חשובע ליינער; מיר הייבן בעזהשי"ת אן אין היינטיגן נומער א פרישע סעריע ארטיקלען, איבער די טעמע פון עמאציענאלע און פסיכלאגישע געזונטהייט, וואו מיר וועלן באהאנדלן און אויסשמועסן פארשידענארטיגע פראבלעמען אין דעם פעלד פון עמאציענאלע געזונטהייט, וועלכע טרעפן זיך אפט ביים היימישן ציבור.
די סעריע ארטיקלן וועלן אייך בייהילפיג זיין צו פארשטיין זיך זעלבסט אדער א נאנטן וואס ליידט דערויף, און בעזהשי"ת וועלן מיר אויך געבן פארשידענע עצות און טעקניקן וויאזוי זיך צו העלפן דערמיט, מיט אנווייזונגען ווען און וואו צו גיין ווען עס נוטיגט זיך הילף און באהאנדלונג.
מיט'ן שרייבן איבער די טעמעס איבער וואס עס ווערט גאנץ ווייניג גערעדט ווילן מיר נענטער ברענגען דעם ציבור צו פארשטיין ווי ברייט דער פעלד פון די פראבלעמען איז, וואס מערערע מענטשן ליידן דערויף.
מיר וועלן נעמען א ביישפיל דעם פראבלעם פון "שרעק" (פחדים). שטודיעס זאגן אז אזויפיל ווי 16 פראצענט פרויען און 9 פראצענט מענער ליידן אויף א געוויסע שרעק, דאס קומט אויס איינס פון יעדע פיר מענטשן, ווען איר באגעגענט א מנין אידן קענען זיין צוויי מיט א פראבלעם פון שרעק, און אריינרעכענדיג אלע אנדערע פסיכלאגישע, גייסטישע, און עמאציענאלע פראבלעמען קומט דאס אויס לויט געוויסע שטודיעס כמעט 45 פראצענט מענטשן וואס ליידן, אדער האבן געליטן, אדער וועלן ליידן, אויף איינע פון די פסיכלאגישע פראבלעמען במשך זייערע לעבענס יארן, דאס הייסט כמעט יעדער צווייטער מענטש.
מען קען זאגן אז פסיכלאגישע פראבלעמען טרעפן זיך אפטער ווי א 'לונגן אנצינדונג', און דורך אונזער סעריע ארטיקלן וועלן די ליינער זיך איבערצייגן אז די מערהייט פון די פעלער פון וועלכע מיר וועלן רעדן זענען נישט ארגער ווי אנדערע פיזישע געזונטהייט פראבלעמען, וואס מיט די ריכטיגע צייטליכע באהאנדלונג וועט דער מענטש אנגיין מיט א נארמאל געזונט לעבן אומגעשטערט בע"ה. און דאס איז בכלל נישט קיין פארגלייך צו אן ערענסטע "פסייקאטיק" פראבלעם וואס דער וואס ליידט דערפון איז ליידער אן אומנארמאלער מענטש, ווי צ.ב.ש. מענטשן וואס זעהן און הערן זאכן וואס זענען נישט דא, און/אדער רעדן צו זיך אליינס א.ד.ג.
עס איז ליידער א פאקט, אז מען ליידט היינט אויף פסיכלאגישע פראבלעמען מער ווי אמאל, דערצו זענען מענטשען היינט מער גרייט צו אנערקענען אז דאס איז א פראבלעם פונקט ווי סיי וועלעכע אנדערע פיזישע פראבלעמען, און אזוי ווי ווען איינער ליידט פון א פיזישע פראבלעם אז מען פארנאכלעסיגט דאס, קענען די קאנסעקווענצן זיין זייער נישט גוט, די זעלבע איז מיט די עמאציענאלע פראבלעמען.
די סעריע איבער עמאציענאלע געזונטהייט, וועט האפענטליך העלפן דורכברעכן ביים ציבור מען זאל דערהערן אז אפילו איינער ליידט פון די פראבלעמען איז מען צוליב דעם נאכנישט קיין אומנארמאלער מענטש. וואס דאס אפזיגלען מיט'ן טיטל 'נישט-נארמאל' איז פון די גרעסטע שוועריגקייט אין דעם פעלד, וואס פיל מענטשן פארמאגן נאך דעם טעות און איינרעדעניש אז ווען איינער ליידט פון סיי וועלכע פסיכלאגישע פראבלעם רופט מען דאס נישט-נארמאל... און דעריבער באהאלט מען די פראבלעמען ווי ווייט מעגליך דאס זאל נישט שאדן צו שידוכים, און מען האלט זיך צוריק פון טוהן די נויטיגע שריט דאס צו באהאנדלן.
אבער דאס איז א ווייטאגליכע טעות און זייער אן אומריכטיגער צוגאנג, ווייל די פראבלעמען וועלן געווענליך נישט אוועקגיין אליין אן קיין באהאנדלונג, אפילו עס דאכט זיך פאר א וויילע אז מען קען דאס איגנארירן, קען דאס שפעטער צוריק ארויסקומען אסאך שטערקער מיט לענגערע שווערערע עפעקטן און שטארקערע יסורים, ווי ווען מען וואלט דאס באלד באהאנדעלט ריכטיג, און מיט די ריכטיגע צוגאנג געווענליך וועט דאס נאך א קורצע באהאנדלונג בדרך כלל בע"ה נישט צוריקומען. מיר האפן בע"ה צו זיין דער ריכטיגע שליח אייך צו געבן אנווייזונגען ווי אזוי דאס צו דערקענען, און ווי אזוי צו האנדלן דערמיט.
די פעלד פון פסיכלאגיע איז זייער א ברייטע, און מיר וועלן נישט געבן קיינע טיפע פסיכלאגישע לעקציעס, מיר וועלן בלויז אויסשמועסן די אקטועלע און נוצבארע טעמעס, אנהויבענדיג מיט פראבלעמען וואס אין אונזער ערפארונג אלץ טעראפיסט ביים היימישן ציבור זעהן מיר אז דאס טרעפט זיך אפטער, און בעזהשי"ת מיט די צייט וועלן מיר אויך אנקומען צו די אנדערע פראבלעמען וואס זענען נישט אזוי שכיח.
מיר וועלן שרייבן אין א לייכטע שפראך וואס זאל זיין פארשטענדליך פאר יעדן, און זיך צוריקהאלטן פון נוצן הויכע שווערע ווערטער א.ד.ג. פארדעם וועלן מיר אביסל אוועקגיין פון די קאמפליצירטע כללים וויאזוי די פראפעשענאלס רופן דאס אדער רעדן דערפון.
עס זענען פארהאן מערערע שיטות אינעם פעלד פון פסיכלאגיע, - זעהט אין באזונדערן קעסטל איבער די שיטות וואס מיר וועלן ניצן - און זעלבסטפארשטענדליך אז שגיאות מי יבין, און א טעות קען שטענדיג אריינפאלן, ביטע זייט אונז דן לכף זכות.
לאזט אונז הערן אייערע קאמענטארן און פראגעס, איר קענט אריינשיקן הערות און אנפראגעס דורך די פאסט, אדער עלעקטעראנישע פאסט, און מיר וועלן פרובירן צו ענטפערן.
אייזק ווייס
אייזיק ווייס איז א היימישער טערעפיסט, סערטיפייט אלץ סאשעל קאונסלער, בארד סערטיפייד היפנאטערעפיסט, און סערטיפייד לייף קואטש, צו קאנטאקטען אייזיק ווייס רופט 514-875-9888 אדער אויף עלעקטאראנישע פאסט @gmail.com8759888
בס"ד
חלק א'
אין די סעריע ארטיקלן וועלן מיר זיך בעיקר קאנצעטרירן אויף די פאלגענע צוגאנגען און טעאריעס/מאדעלס אין פסיכילאגיע
· ביהעיווערל מאדעל / עקספאויזשער מאדעל (טעאריע)
· קאגנעטיוו מאדעל
· באהאלטענע געפילן מאדעל
· היפנאוזיע מאדעל
· בייעלאגישע מאדעל (מעדעצינען) - כעמישע אומבאלאנס טעאריע
א קורצע ערקלערונג איבער יעדע פון די דערמאנטע טעאריעס
ביהעיווערעל און עקספאויזשער
די טעאריע האלט אז יעדע פיסיכלאגישן פראבלעם וואס א מענטש האט נעמט זיך פון א נישט ריכטיגע געוואוינהייט/רגילות, דעריבער איז די רפואה דורך טוישן די שלעכטע רגילות, אפצוגעוואוינען דעם מענטש דערפון, און אויסלערנן די ריכטיגע געוואוינהייט.
צ.ב.ש. א קינד האט זיך איינגעוואוינט נישט צו פאלגן, צוליב וואס עס האט אים גארנישט פאסירט אפילו ווען ער האט נישט געפאלגט, אדער עס האט אים גאר געלוינט צו זיין שלעכט און ער האט גאר פארדינט דערביי, דורך דעם האט זיך דאס איינגעוואוינט ביי אים א רגילות אז אזוי דארף מען זיך אויפפירן, אצינד ווען מען וויל ער זאל זיך טוישן, דארף מען אים איינגעוואינען און לערנען אז עס לוינט זיך נישט די שלעכטע אויפפירונג, אדער אז עס לוינט זיך יא די ריכטיגע אויפפירונג, ווי צ.ב.ש. ער זאלן באקומען א באלוינונג יעדעס מאל ווען ער פירט זיך אויף גוט און ריכטיג.
דאס זעלבע איז מיט פחדים אדער דיפרעסיע, דעם מענטש האט זיך געדאכט אז די ריכטיגע אדער די גרינגסטע אויסוואל און צוגאנג אין זיינע אומשטענדן איז אויף אן אופן וואס האט אים געמאכט דיפרעסד, אדער ער זאל אויסמיידן די פלעצער, אדער זיך צוריק האלטן פון טוהן זאכן וואס ער שרעקט זיך דערפון, און אזוי ווי ער האט דאס אנגעהאלטן א געוויסע צייט, איז דאס געווארן זיין געוואוינהייט, און א טייל פון זיין טאג טעגליכן לעבן.
די עקספאויזשער מאדעל: באדייט אז א מענטש וואס האט זיך צוריקגעהאלטן פון טוהן זאכן, צ.ב.ש. א מענטש וואס האט באקומען א שרעק פון גיין צווישן מענטשן, און דערפאר האט ער זיך אויסגעמיטן פון גיין צווישן מענטשן, און זיך אויסגעלערענט אז עס איז אים בעסער נישט אריין צו גיין דארט, וואס מיט די צייט איז דאס געווארן זיין געוואוינהייט נישט צו גיין צווישן מענטשן. אדער צ.ב.ש. איינער וואס האט מורא פון הויכע ערטער, וועט ער זיך אפהאלטן פון קריכן אויף א לייטער א.ד.ג.. האלט די 'עקספאויזשער טעאריע' אז ווען דער מענטש וועט אויפהערן צו אנטלויפן פון זיינע שרעק, און ער וועט זיך דוקא יא ארויסשטעלן און עקספאויזען צו דער זאך פון וואס ער האט מורא, אדער די זאכן וואס ער פארמיידט, וועט ממילא די שרעק אוועקגיין. דער טערעפיסט וועט געווענליך געבן פארשידענע עקסערסייזעס און טעקניקען וויאזוי צו ארבייטן מיט דעם צוגאנג צו טוישען די געוואוינהייטן.
קאגנעטיוו מאדאל
די מאדעל איז געבויט אויף די פריערדיגע ביהעיווירעל שיטה, אבער עס האלט אז די מחשבה - די וועג ווי אזוי דער מענטש 'טראכט' - דאס ברענגט ווי אזוי ער זאל זיך אויפפירן, און דורכ'ן האבן א נישט ריכטיגן מהלך המחשבה – מיט נעגאטיווע געדאנקן - אויף א געוויסע צייט, איז דאס געווארן א געוואוינהייט.
צ.ב.ש. אויב איינער שפירט זיך דערשראקן, דאס קומט ווייל ער טראכט אז עפעס שרעקעדיג גייט פאסירן, אדער א מענטש שפירט זיך דערנידערט, טרויעריג, און דיפרעסעד, דאס קומט ווייל ער טראכט אז ער איז ווערטלאז, אדער קיינער האט אים נישט ליעב א.ד.ג. - קאגנעטיוו איז אייגענטליך בלויז א פענסי ווארט פאר 'טראכטן' - די מאדעל קאנצעטרירט זיך צו העלפן דעם מענטש איינזעהן ווי ער טראכט נישט ריכטיג, און ווען ער וועט טראכטן ריכטיג וועט ער זיך שפירן גיט.
אין קאגנעטיוו - אנדערש ווי אין ביהעיוויערעל - וועט פאר'ן מענטש קלאר ווערן פארוואס ער טיט פארשידענע זאכן, און דער מענטש נוצט די מחשבה צו קאנטראלירן די געפילן און אויפפירונגען.
די באהאלטענע געפילן מאדעל
די טעאריע האלט אז די סיבה פארוואס מענטשן זענען דיפרעסד אדער ליידן פון שרעק, איז ווייל מען איז צו אן איידעלער מענטש, און מען גיבט אכטונג איבער די געזונטע מאס נישט צו וויי טוהן פאר קיינעם, מענטשן וואס זיכן שטענדיג צופרידן צו שטעלן יעדן – און קלערן נישט פון זיך זעלבסט - וואס קומט ווייל זיי פארכטן זיך פון א קאנפליקט מיט א צווייטן, אדער האבן א נעגאטיווע געפיל ווי כעס, זיי האלטן אז מען טאר נישט ארויסברענגן די אייגענע געפילן וואס מען שפירט און וואס מען וויל, ווייל מען קען חלילה וויי טוהן א צווייטן, וואס מען דארף פאר יעדן פרייז פארמיידן, וועלן זיי ענדערש באגראבן זייערע איינגענע געפילן גאר טיף, און פארמיידן פאר יעדע פרייז פון צוקומען צו די מינדעסטע ספק פון אויפרעגן א צווייטן מענטש.
דער מענטש אונטערדריקט אזוי לאנג זיינע געפילן יעדעס מאל ווען עפעס שטערט אים, ביז ער כאפט זיך ניטאמאל אז ער טוט דאס, און די אונטערדריקטע געפילן קענען שפעטער ארויסקומען אויף א וועג פון דיפרעסיע, זארג, און שרעק.
די טעאריע האלט, אז ווען מען טרעפט אט די באהאלטענע געפילן, וואס ליגן באגראבן טיף אינעם מענטש, און מען דריקט זיך דאס אויס אויף א ריכטיגן וועג, וועט דער פראבלעם אוועקגיין.
היפנאזיע
די שיטה פון היפנאזיע האבן מיר שוין באשריבן אין פריערדיגע ארטיקלען מער באריכות. מיר וועלן דאס ערקלערן אין קורצן ווי פאלגענד.
דער מח פון א מענטש איז צוטיילט אין עטליכע טיילן, איין טייל איז דער חלק המחשבה, ווי דער מענטש טראכט און נוצט לאגיק, א צווייטער טייל איז דער חלק הדמיון, ווי דער מענטש לייגט אוועק אלעס וואס ער לערנט זיך אויס, געוואנהייטן, נאטורן, געפילן וואס מען האט געהאט, א.א.וו. אלעס ווערט דארט אוועק געלייגט אין קעמערלעך, און עס ווערט א חלק פון דעם מענטשנס נאטורן, געוואוינהייטן, און צוגאנג צום לעבן.
מיטן חלק המחשבה אליין קען דער מענטש נישט דערגרייכן צום חלק הדמיון צו מאכן ענדערונגן, ווייל צווישן די צוויי טיילן איז דא א שוץ סיסטעם וואס היט דעם חלק הדמיון נישט אריינצונעמען אלעס, נאר וואס עס שטימט מיט וואס ער ווייסט ביז היינט, פארדעם וועט ביי געווענליכע טעראפי נעמען לענגער צו עררייכן דעם ציהל, ווייל די שוץ סיסטעם לאזט נישט גרינג אריין נייע געוואוינהייטן, נאטורן, און אויפפירונגען, אנדערש וואו מען איז שוין צוגעוואוינט.
דורך היפנאזיע ברענגט זיך דער מענטש אריין אין א מצב וואס די שיצונג לאזט נאך, דאן קענען ביידע טיילן פונעם מח ארבייטן ביינאזאם, וועט דער חלק הדמיון זייער גרינג מקבל זיין די פארשלאגן פון זאכן און טוישונגען וואס איז לאגיש פאר'ן טייל פון די מחשבה.
עס איז וויכטיג צו באטאנען אז דער שוץ סיסטעם וועט נאר דורכלאזן און אננעמען וואס עס איז לאגיש אויפ'ן חלק המחשבה, ד.ה. וואס ער 'וויל' טוישן, נאר עס קומט איהם אן שווער צוליב זיינע אלטע געוואוינהייטן, אבער דאס וועט ווייטער שיצן דעם מענטש פון אננעמען פארשלאגן וואס ער וויל נישט אנעמען מיטן חלק המחשבה.
די שיטה פון 'היפנאזיע' האלט אויך, אז פילע פראבלעמן פונעם מענטש נעמן זיך פון זאכן וואס זענען נישט ריכטיג איינגעקריצט געווארן אין מח, בעיקר אין די אינגע יארן אלץ קינד ווען דער מענטש לערנט זיך כסדר נייע זאכן, אבער דער חלק המחשבה איז נאכנישט אויסגעארבעט אינגאנצן, און ס'איז נאך נישטא קיין געהעריגע באשיצונג סיסטעם צווישן די צוויי טיילן אין מח, טאקע כדי דער מענטש זאל יא אנעמען דעמאלטס פארשלאגן אויסצופארמען זיין כאראקטער, וואס און ווער ער שטרעבט צו זיין, אבער צוליב דעם וועט מען אויך ענדערש אקצעפטירן נעגאטיווע איינרעדענישן, און דאס קען ווערן א טייל פון דעם מענטש.
צ.ב.ש. אויב א קינד האט באקומען א נישט ריכטיגע שרעק, איז דאס איינגעקריצט געווארן אין זיין חלק הדמיון, און דאס ווערט איינגעקריצט אין מוח, אז מען דארף זיך שרעקן פון די זאך, אדער אז דער קינד איז שטארק געקלאפט געווארן אז ער איז א לא יוצלח וואס טויג צו גארנישט, אדער אז ער איז א שלעכט קינד, וועט דער מענטש שפעטער אין לעבן האבן די איינרעדעניש און געפיל אז ער איז ווערטלאז און וועט דעריבער זיין דיפרעסד.
דורך היפנאזיע קען מען דערגרייכן אין די טיפסטע חלקים פון מח ווי עס ליגן די נישט ריכטיגע געפילן, איינרעדענישן, און אלטע נעגאטיווע געפילן, און דאס ארויסנעמען, און וויבאלד די אלטע געפילן און איינרעדענישן וועלען מער נישט זיין אין מח, וועט דער מענטש גרינג קענען בייקומען זיינע פראבלעמען, וואס זענען נאר א רעזולטאט פון די דערמאנטע.
בייעלאגישע מאדעל (מעדעצינען) כעמישע אימבאלאנס טעאריע
די טעאריע האלט, אז אלע פסיכילאגישע פראבלעמען קומען פון אומבאלאנסירטע כעמיקאלען אין מח, צ.ב.ש. אויב א מענטש ליידט פון פחד מוז זיין אז עס דא א נידעריגע מאס אדער אומבאלאנסירטע סערעטוינין אדער אויך אנדערע כעמיקאלען אין מח, און די איינציגע וועג צו פאררעכטען דעם פראבלעם איז מיט מעדעצין וואס זאלן דאס באלאנסירן.
די זעלבע איז מיט דיפרעסיע, און אלע אנדערע פסיכילאגישע פראבלעמען, לויט די שיטה איז אלעס א פראבלעם אז די כעמיקאלן אין מח זענען נישט באלאנסירט.
די מאדעל האלט אז צו יעדן פראבלעם איז דא א לייזונג, נעמען מעדעצינישע טאבלעטן.
עס זענען דא עטליכע ערליי מעדעצינען פאר יעדן פראבלעם, ווי צום ביישפיל פאר דיפרעסיע איז דא דריי ערליי פאמיליעס פון אנטי דיפרעסיע, און אמאל דארף מען אויך צולייגן א מעדעצין פון אן אנדערע משפחה ווי א מעדעצין וואס וועט סטאבילעזירן די גוסטע פון דעם מענטש.
די נייעסטע און מערסטע באניצטע מעדעצינען אין דעם פעלד זענען, פראזעק, פעקסיל, זאלאפט, סילעקסע, לעקסעפרא, סימבאלטע, עפעקסאר, וואלביאטערין, און נאך.
פאר די וואס ליידן פון שרעק, נוצט מען געווענליך פון די משפחה פון אנטי דיפרעסיע מעדעצינען, פארשידענע מעדעצינען ארבעטען בעסער אויף פארשידענע ערליי שרעקן, ווי אויך איז דא א משפחה פון בארואיגונגס מעדעצין ווי, זענעקס, קלאנזעפעם-ריוואטריל, אטיווען, וואליאם.
אין פארשידענע פארשונגן, ווי מען האט פארגלייכט צווישן גרופעס וואס מען האט באהאנדעלט בלויז מיט מעדעצינען, און גרופעס וואס מען האט באהאנדעלט בלויז מיט טעראפי, זענען די רעזולטאטען געווען מער ווייניגער די זעלבע, נאר די טעראפי האט גענומען לענגער, לעצטערע שטודיעס האבן געוויזן אז קאגנעטיוו ביהעיוויערעל טעראפי האט געווירקט זייער ענדליך צו די מעדעצין, ווי אויך האט דאס געברענגט ממש א כמעט 100 פראצענטיגע היילונג.
אין אונזער פעלד פון טעראפי מיט קליענטן, נוצן מיר געווענליך היפנאוזיע אינאיינעם מיט קאגנעטיוו ביהעיווירעל, וואס האט זיך אויסגעשטעלט צו ברענגען גאר גינסטיגע און שנעלע רעזולטאטען.
די מעלות פון די מעדעצינען אז עס ווירקט שנעלער, און קאסט ווייניגער אויפ'ן קורצן טערמין, מעדעצין קען באטרעפן אונטער פופציג דאלער א חודש, און טעראפי קען קאסטן הונדערטער א חודש, אבער טעראפי נעמט געווענליך בלויז חדשים, און מעדעצינען נעמט מען יארן, אויך זענען דא קורצע און לאנג טערמינען זייטיגע עפעקטן צו מעדעצינען, וואס זענען נישטא ביי טעראפי, ווי אויך איז נישט דא קיין גאראנטי אז ווען מען וועט אויפהערן די מעדעצין וועט דער פראבלעם נישט צוריקומען, אדער אז די מעדעצין קען נאך עטליכע יאר אויפהערן ארבעטן, און מען וועט דארפן זיכען א פרישען מעדעצין, וואס ביי טעראפי וועלן די רעזולטאטן געווענליך יא אנהאלטן און העלפן אויפ'ן לאנגן טערמין.
שפעטער אין די סעריע וועלן מיר נאך שרייבן מער וועגן די באהאנדלונג דורך מעדעצינען.
אין די קומענדיגע וואך וועלן מיר אנהויבן מיט די פאמיליע פון שרעק און פחדים.
חלק ב'
ענקזייעטי דיסארדער / שרעק און זארג
דער פראבלעם פון ענקזייעטי/שרעק איז צוטיילט אין עטליכע שטאפלען און מערערע קאטעגאריעס, וואס הויבט זיך אן מיט איבערגעטריבענע זארג, שרעק, ביז פאניק אטאקעס.
יעדער האט שוין אמאל געשפירט זארג אדער אנגעצויגענקייט, און מען קען אמאל ווערן דערשראקן, באזארגט, אדער נערוועז, און אין געוויסע פעלער גייט מען אריין אין א פאניק, געווענליך וועט די זארג אדער שרעק זיין נאטירליך און שכל'דיג בארעכטיגט, אבער צומאל איז דאס איבערגעטריבן, פארט ווי לאנג דאס שטערט נישט דעם מענטש פון אנגיין מיט א נארמאלן טאג טעגליכן לעבן, איז דאס נישט קיין ערענסטער פראבלעם.
אין עקסטרעמע פעלער וועט אבער די זארג/שרעק יא אפעקטירן דעם סדר היום, און אפשטעלן דעם מענטש פון אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן, דאן ווערט דאס שוין א פראבלעם וואס דארף ווערן באהאנדעלט, אין די קומענדיגע ארטיקלען וועלן מיר ארומרעדן און ערקלערן אלע דעטאלן איבער די שרעק/זארג פראבלעמען.
מיר הויבן אן אונזער סעריע פון שרעק מיט 'ענקזייעטי', צוליב וואס אין אונזער עקספיריענס אינעם פעלד פון טעראפי מיט'ן היימישן ציבור, האבן מיר זיך איבערצייגט אז דאס טרעפט זיך אפטער, דערנאך וועלן מיר פארזעצן צו שרייבן איבער די אנדערע קאטעגאריעס פון שרעק און זארג אין א רייע לויט ווי אפט מיר טרעפן אן די פראבלעם בשעת'ן ארויסהלעפן אונזערע חשוב'ע קליענטן.
מיר וועלן צום ערשט בארירן די פראבלעמען נאר אויפ'ן שפיץ גאפל, און דאס איינטיילן אין קאטעגאריעס, שפעטער וועלן מיר זיך צוריק קערן צו יעדע קאטעגאריע, און דאס אויסברייטערן לענגער מיט פילע וויכטיגע נוצבארע דעטאלן, ווי צ.ב.ש. וויאזוי צו דיאגניזירען דעם פראבלעם, ביישפילן און מעשה'לעך פון דעם באטרעפענדן פראבלעם, וואס זענען די הילף מעגליכקייט פאר די וואס ליידן דערפון, און פארשידענע טעקניקן וואס קען באנוצט ווערן זיך זעלבסט צו העלפן באהאנדלן די פראבלעמען.
אגארעפאוביע (Agoraphobia) / שרעק פון זיך געפונען אין גרויסע פלעצער
דער מענטש וואס ליידט פון 'אגארעפאוביע', שרעקט זיך צו זיין אוועק פון זיין שטוב אליין, אויס זארג אז עפעס שרעקעדיג וועט פאסירן מיט איהם ווען ער איז אינדרויסן, ער האט אויך מורא אז ער וועט באקומען א פאניק אטאקע און עס וועט נישט זיין ווער עס זאל איהם העלפן.
דער מענטש איז דערשראקן פון פארן אויף א בריק, פון זיך געפונען צווישען א גרויסע מאסע מענטשן, צו שטיין אין רייע צו באצאלן אין געשעפט, אדער צו פארן מיט א אויטאבוס, באן, א.א.וו.
אגארעפאביע קען זיין בלויז א זארג און שרעק, און עס קען אויך קומען באגלייט מיט פאניק אטאקעס.
פאניק אטאקעס / Panic Attack and Panic Disorders
א 'פאניק אטאקע' באפאלט פלוצלינג דעם מענטש אן קיין ספעציעלע סיבה, ווי א בליץ וואלט איהם אטאקירט, דער מענטש קען שפירן וואו עס שווינדלט איהם, ווילדע הארץ קלאפעניש, די שפיץ פון די פינגער ווערן איהם פארשלאפן, און/אדער שטעכן ווי נאדלעך, עס קען זיך דאן דאכטן פאר'ן מענטש אז ער גייט דא אוועקפאלן אדער אויסגיין ח"ו, ער קלערט איך האב זיכער א הארץ אטאקע.. און מיט היסטערישע זארג טראכט ער אזעלכע געדאנקן וואו: וואס וועט זיין אויב איך וועל זיך דא באלד נישט קענען כאפן מיין אטעם.., אדער איך וועל ח"ו אויסגיין דא. דער מענטש פרובירט זיך אנצוכאפן אין זיין לעצטע האפענונג צו פארבלייבן ביים לעבן, און ער שפירט ווי ער כאפט זיך אן אין א דינע פאדעם אדער אין א שטרוי ביים טרענקן אין טייך, און אזוי פלוצלינג און דראסטיש ווי עס איז אנגעקומען איז די אטאקע מיטאמאל פאריבער, אבער דער מענטש פארבלייבט דערשראקן, באזארגט, פארשעמט, און וואונדערט זיך מיט זארג ווען דאס וועט נאכאמאל פאסירן.
שטענדיגע זארג / Generalized Anxiety Disorder-Chronic Worrying
דער מענטש זארגט זיך נאכאנאנד איבער די מאס פאר'ן וואוילזיין פון זיין פאמיליע, זיין געזונט, זיין פאך, זיין געלט, א.א.וו. ער שפירט שטענדיג ווי די בויך דרייט זיך איהם מיט דאגות, און ער זארגט זיך אן אויפהער אז עפעס שרעקליך גייט פאסירן, אבער עס איז נישטא א בארעכטיגטע סיבה פאר די איבערגעטריבענע זארגן.
פאוביעס (שרעק איינרעדענישן) - ספעציפישע פאוביעס/ Fears and Phobias – Specific Phobias
דער מענטש האט א שרעק איינרעדעניש, און פארכט זיך צ.ב.ש. פון א נידל, בלוט, הויכע ערטער, עלעוועיטארס, דרייווען, פליען מיט אן עראפלאן, וואסער, שפין, מייז, הונט, שטורעם, בריק, פייער, אדער צו זיין איינגעשפארט אין א שטוב, און אזוי ווייטער.
פארהער-פחד / Performance Anxiety
דער מענטש ווערט ווי פארפרוירן ווען ער דארף נעמען א פארהער, אדער ווען ער דארף טוהן סיי וואסערע אקט פארענט פון אנדערע מענטשן.
אימתא דציבורא / Public Speaking Anxiety
דער מענטש ווערט נערוועז ווען ער דארף אויפטרעטן/רעדן פאר א גרופע מענטשן, ער ווערט פול מיט זארג און קלערט.. איך וועל ציטערן, יעדער וועט זעהן ווי נערוועז איך בין, מיין מח וועט ווערן בלענק... און איך וועל נישט געדענקן וואס איך דארף רעדן, יעדער וועט מיך אראפקוקן און האלטן פאר א חסר-דעה.. א.א.וו.
שעמעוועדיגקייט - צוריקגעצויגענקייט/ Shyness
דער מענטש ווערט נערוועז און זארגט זיך אויף אן עקסטרעמע אופן איבער זיין אויסזעהן און אויפפירונג ווען ער קומט צווישן מענטשן, און וויאזוי אנדערע וועלן איהם אנקוקן און אפשאצן, דער מענטש שרעקט זיך און טראכט ביי זיך, יעדער איז אזוי רוהיג און זיכער מיט זיך נאר איך האב גארנישט אינטערעסאנט צו זאגן, יעדער וועט זעהן וואו איך שעם זיך און פיל זיך אומבאקוועם, און זיי ועלן מיר אפזיגלן אלץ מאדנער מענטש אדער לא יצלח... אבער פארוואס בין איך דער אייציגסטער וואס שפירט זיך אזוי, וואס איז ראנג מיט מיר?
הייפאקאנדריעס (Hypochondrias)/ געזונט-שרעק
דער מענטש וועט ארומלויפן פון איין דאקטער צום צווייטען, און זיך באקלאגן פארשידענע ווייטאגן, מידעקייט, שווינדלן, אדער אנדערע סימפטאמען וואס ער שפירט, זייענדיג איבערצייגט אז ער ליידט זיכער פון עפעס א שווערע מחלה ח"ו, דער דאקטער וועט איהם נאכאנאנד בארוהיגן אז ער איז ב"ה געזונט און שטארק, דער מענטש וועט זיך פילן רוהיגער עטליכע טאג, און דערנאך אנהויבן ווידער מיט איבערגעטריבענע זארג איבער זיין געזינט.
או. סי. די. (אבסעסיוו קאמפאלסיוו דיסארדער) / Obsessive-Compulsive Disorder
דער מענטש ליידט פון אן איבערפלוס פון מחשבות, געדאנקן, הרגשות, איינרעדענישן וואס ער קען נישט קאנטראלירן, טראץ וואס ער ווייסט אז דאס איז נישט שכל'דיג, קען ער דאך נישט דאס אוועקשטיפן און פטור ווערן דערפון, ער באקומט א אומקאנטראלירטע דראנג צו אויספירן די מחשבות, צום ביישפיל, דער מענטש טראכט אז עס זענען דא שעדליכע באצילן אין יעדע זאך וואס ער רירט אן, און ער באקומט א דראנג זיך צו וואשן די הענט נאכאנאנד אז ער זאל ח"ו נישט קראנק ווערן, אדער דער מענטש לויפט מערערע מאל אינמיטן נאכט, זעהן אויב די גאז איז פארמאכט, אדער אויב די טיר איז פארשפארט, און יעדעס מאל גייט ער ווידער באקוקן צו ס'איז טאקע פארשפארט, ווייל אפשר פריער האט ער דאס אפן געלאזט אנשטאט צו פארמאכן.
אגעצויגענקייט נאך א שווערע איבערלעבונג / פאוסט טראמעטיק סטרעס דיסארדער (Posttraumatic Stress Disorder)
נאכ'ן אריבערגיין א שווערע איבערלעבונג, ווערט דער מענטש געפלאגט מיט זכרונות און בילדער וואס שפילן כסדר איבער אין זיינע געדאנקן די פאסירונג פון חדשים אדער יארן פריער, ווי צ.ב.ש. אן עקסידענט, אן איבערפאל, מארד פארזוך איבער זיין לעבן, א רויבעריי, א שיעור-טראגעדיע א.ד.ג.
זארג ווי אזוי מען קוקט אויס /Body Dysmorphic Disorder
דער מענטש ווערט איבערגענומען מיט א געפיל אז ער זעהט נישט אויס גוט, טראץ וואס זיינע נאנטע פארזיכערן איהם אז עס איז גארנישט שלעכט ווי אזוי ער זעהט אויס, דער מענטש וועט טראכטן מיין נאז קוקט אויס אינטערעסאנט, מיין האר קאליר איז שלעכט א.ד.ג. דער מענטש קען פארברענגען שעות ביים שפיגל צו פרובירן פאררעכטן זיין אויסזעהן, און קלערן פון לאזן מאכן פלעסטיג סורדזשערי.. און נאך אלעס זיין זיכער ביי זיך אז עפעס איז נישט נארמאל מיט אים.
אין קומענדיגן ארטיקל אי"ה וועלן מיר זיך אריין לאזן צו ארומרעדן און ערקלערן מער דעטאלן פון די אלע דערמאנטע קאטעגאריעס
בס"ד
חלק ג'
אגארעפאוביע (Agoraphobia) / שרעק פון זיך געפונען אין גרויסע פלעצער.
דער מענטש וואס ליידט פון 'אגארעפאוביע', שרעקט זיך צו זיין אוועק פון זיין שטוב אליין, אויס זארג אז עפעס שרעקעדיג וועט פאסירן מיט איהם ווען ער איז אינדרויסן, ער האט מורא אז ער וועט באקומען א פאניק אטאקע און עס וועט נישט זיין ווער עס זאל איהם העלפן.
דער מענטש שרעקט זיך צו פארן אויף א בריק, זיך צו געפונען צווישען א גרויסע מאסע מענטשן, צו שטיין אין רייע צו באצאלן אין געשעפט, אדער צו פארן מיט א אויטאבוס, באן, א.א.וו.

דאס איז 'אגארעפאוביע' אין קורצן, אצינד ווילן מיר דאס ערקלערן מער בפרטית, און שילדערן די דעטאלן.
דאס ווארט 'אגארע-פוביע' נעמט זיך פון די גריכישע שפראך, און דאס באדייט "שרעק פונעם מארקעט פלאץ", אבער דער נאמען ווערט באנוצט אנצודייטן יעדע סארט שרעק וואס א מענטש האט פון זיך געפונען אויף אן ארט פון וואו עס איז שווער זיך ארויסצוזעהן אין פאל ווען עס כאפט אן א פאניק/שרעק, אדער פון וואו דער מענטש וועט זיך שעמען ארויסצולויפן, אדער אזעלכע ערטער אדער אומשטענדן וואו עס וועט נישט זיין לייכט פאר הילף אנצוקומען אין נויטפאל ח"ו.
די וואס ליידן פון די סארט שרעק וועלן אויסמיידן פלעצער וואו עס געפונען זיך גרויסע מאסן מענטשען, זיי וועלן זיך צוריקהאלטן פון פארן מיט מאסן-טראנספארטאציע ווי אויטאבוסן, באנען, פליען אויף עראפלאנען, שטיין אין רייעס, אדער צונויף געשטיפט צווישן מאסן, זיי ווילן נישט אוועקפארן ווייט פונדערהיים, זיך שפירענדיג מער פארזיכערט אין די אייגענע שטוב, אבער זיי פארכטן זיך אויך צו געפונען אליין אינדערהיים, זיי וועלן נישט פארן צו אן ארט וואו מען געפונט זיך ווייט פון א שפיטאל, און זיי וועלן זיך צוריקאלטן פון דאווענען פאר'ן עמוד, א.א.וו.
'אגארעפוביע' קען זיין א רעזולטאט נאך וואס א מענטש האט שוין געליטן פאניק אטאקעס, און ער פארכט זיך אז נאך אן אטאקע וועט פאסירן ווען ער געפונט זיך אין איינע פון די דערמאנטע ערטער, געווענליך קומט 'אגארעפוביע' צוזאמען מיט 'פאניק-אטאקעס', אבער נישט שטענדיג, דערפאר וועלן מיר פריער שרייבן איבער 'אגארעפוביע', און דאן פארזעצן מיט 'פאניק-אטאקעס',
לאמיר זעהן וואס זענען די אפיציעלע די. עס. עם. קריטעריעס דערפאר. (זעהט באזונדערן קעסטל, וואס איז דאס דער די. עס. עם.).
· דער מענטש שרעקט זיך צו געפונען אין אן ארט פון ווי עס איז שווער - אדער ער וועט זיך שעמען – ארויסצולויפן.
· און/אדער דער מענטש שרעקט זיך צו געפונען אין אן ארט וואו אויב ער וועט באקומען א פאניק-אטאקע וועט זיין שווער פאר הילף אנצוקומען.
· דער מענטש פארמיידט פון זיך געפונען אין די דערמאנטע פלעצער, אדער ער האלט זיך אפ פון פארן צו געוויסע פלעצער, ווי צ.ב.ש. א ווייטע נסיעה.
· און/אדער דער מענטש מוז האבן א באגלייטער שטענדיג אין די אויבנדערמאנטע אומשטענדן.
אן עפיזאד פון אונזער ערפארונג
ב. – א חשוב'ער בעה"ב אין די מיטעלע צוואנציגער יארן - איז אריינגעקומען צו אונז אין אפיס, זיך באקלאגענדיג אז ער ליידט שטארק פון שרעק.
מיר האבן אויפגעפאסט באלד ביים אריינקומען ווי ב. טראגט זיך ארום מיט א פלעשל ספרינג וואסער, טראץ וואס עס איז בכלל נישט געווען הייס, נאר גאר א קאלטער ווינטער טאג.
ב. האט זיך אפגערעדט אז ער פארכט זיך צו געפונען אליין אינדערהיים אדער ביי די ארבייט א.ד.ג. ער דארף שטענדיג האבן איינעם מיט זיך צו שפירען פארזיכערט, וואס דאס קומט איהם בכלל נישט אן גרינג צו זיין שטענדיג אראפגעבונדן צו א מיטבאגלייטער, באזונדער האלט ער זיך צוריק פון גיין אויף עפנטליכע פלעצער ווי גרויסע בתי מדרשים זאלן אדער געשעפטן נאר מיט די באגלייטונג פון אן ערוואקסענעם, און נאר מיט איינעם וואס ער שפירט גענוג נאנט און באקוועם אז אויב זאל עפעס פאסירן וועט ער זיך נישט שעמען פון יענעם.
דערצו, טראגט ער זיך ארום שטענדיג מיט א פלעשעל וואסער, אין פאל עפעס וועט ח"ו פאסירן זאל ער באלד האבן צו הילף דאס פלעשעלע וואסער.
אויף אונזער אנפראגע, האט ב. נישט געדענקט עס זאל איהם האבן עפעס פאסירט אמאל וואס זאל פאראורזאכן צו ליידן אויף שרעק פון א פאניק אטאקע, די שרעק האט זיך אנגעהויבן שטאפלווייז, און איז מיט די צייט געווארן שווערער, ביז ער האט זיך געטראפען ליידן פון די שווערע שרעק, זיך פארכטענדיג שטענדיג אז עפעס וועט פאסירן מיט אים ווען ער וועט זיך געפונען אליין, און עס וועט נישט זיין קיינער וואס זאל רופן הילף.
די סימפטאמען פון ב. האבן געוויזן אז ער ליידט פון אגארעפוביע, און דאס איז נישט דווקא פארבונדן מיט פאניק אטאקעס.
צו העלפן ב. זיך היילן פון זיין פראבלעם האבן מיר זיך באנוצט מיט פארשידענע איבונגען– וועלכע מיר וועלן אין א שפעטערדיגן ארטיקל פארשטעלן פאר די ליינער א רייע איבונגען/עקסערסייזעס און געצייגן וואס נוצן אלץ היילמיטל פאר שרעק - באגלייט מיט היפנאוזיע צו דערגיין דעם שורש פון וואו די שרעק האט זיך גענומען, זענען מיר דערגאנגען אז אין זיין יוגענט האט אמאל עפעס פאסירט מיט א נאנטן ווען יענער האט זיך געפונען אליין אינדערהיים, ב. האט נישט געדענקט אויב עס איז דאן געווען איינער דארט צו רופן הילף, אבער די פאסירונג האט איבערגעלאזט א זארג; אפשר וועט דאס אויך פאסירן צו מיר, און וואס וועט זיין אויב קיינער וועט נישט דארט זיין מיר צו העלפן, אדער אויב דאס וועט פאסירן צווישן מענטשן און עס וועט זיין זייער אומבאקוועם.
יעדן מאל וואס ב. האט זיך געזארגט און געקלערט דערוועגן, האט ער מער איינגעגעסן אין זיך דעם פחד מיט'ן איינרעדעניש אז דאס גייט ווירקליך פאסירן, און יעדן מאל וואס ער האט נאכגעגעבן פאר די שרעק, נישט וועלענדיג פארבלייבן אדער ארויסגיין נאר אין באגלייטונג פון נאך איינעם, האט דאס וואס ער האט זיך בארואיגט מיט'ן באגלייטער, נאר פארשטארקערט די שרעק, ווי די שרעק וואלט צוריקגערעדט און איהם געזאגט, זעהסט, די שרעק איז ריכטיג און נישט אומבאגרינדעט, דו טארסט טאקע נישט זיין אליין, קוק נאר ווי רואיג דו ביזט געווארן ווען איינער איז מיט דיר.. דאס האט נאר מער איינגעוואוינט די פחד.
אין אונזער טעראפי האבן מיר איהם געהאלפן אויסקלארן דעם וועג פון טראכטן, און זיך איינגעוואינען נישט צו פארשטארקערן די שרעק, נאר דאס צו בייקומען, ווי מיר וועלן שילדערן אין די קומענדיגע ארטיקלן אויספירליך, די איבונגען/עקסערסייזעס און טעקניקן ווי אזוי מען ארבייט דערויף.
איר זענט נישט קיין בן יחיד
אויב האט איר די אויבענדערמאנטע קריטעריעס אדער שרעק, זאלט איר וויסן אז איר זענט נישט דער איינציגסטער וואס ליידט דערפון, איר באלאנגט צו א גרופע פון א צירקע פיר הונדערט טויזענט מענטשען אין קאנאדא אליין וואס ליידן אויף אגארעפוביע.
מענטשן מיט אגארעפוביע, פארמאגן געווענליך אן ארט ווי זיי געפונען זיך דאס מערסטע פארזיכערט, ווי צ.ב.ש. זייער היים, און ווען זיין דארפן ערגעץ גיין ארויס פון זייער פארזיכערטע טעריטאריע, וועלן זיי מיט די צייט זיך אויפבויען זייער אייגענע פארזיכערונגען וואס וועט זיי בארואיגן, ווי למשל מיטנעמען שטענדיג א פלעשעל וואסער, א בארואיגונגס טאבלעט אין טאש, מענער וועלן צומאל זיך שפירן פארזיכערט ווען זיי געפונען זיך נאנט צו זייער אויטא, אדער ארום טראגן א טעלעפאן מיט זיך על כל צרה שלא תבוא.
די ליידענדע זענען באמת נארמאלע מענטשן, און פיל מאל גאר קלוגע סוקסעספולע און ארויפגעקוקטע מענטשן, וואס שעמען זיך על פי רוב אז זיי ליידן פון די שרעק, און דאס פאראורזאכט זיי גרויסע שוועריגקייטן ווען זיי דארפן ערגעץ גיין אדער פארן, צו ארומדרייען און טרעפן עפעס א פארזיכערונגס מיטל זיך צו שפירן זיכער.
איידער מיר שטעלן פאר די עצות און איבונגען וויאזוי מען קען פרובירן זיך אליין צו העלפן, וועלן מיר פריער רעדן וועגן 'פאניק-אטאקעס', וואס די הילפס-מיטלן פאר אגארעפאוביע און 'פאניק-אטאקעס' זענען פארבונדן און פארמאגן מער ווייניגער דעם זעלבן צוגאנג.
ליינט אין קומענדיגן ארטיקל איבער 'פאניק אטאקעס'.
חלק ה'
וואס איז דאס דער די. עס. עם. (DSM)
דער די. עס. עם. איז א ביכל וואס שטעלט אוועק די כללים און קריטעריעס וויאזוי מען שאצט און דיאגניזירט אלערליי פסיכילאגישע פראבלעמען. - די ראשי תיבות פון די. עס. עם. באדייט ד'יאגנאזיע און ס'טאטיסטיק מ'אנועל (אינפארמאציע ביכל) פון מענטאל דיסאררדערס. - דאס ביכל ווערט ארויסגעגעבן דורך די אמעריקען פסייקיעטריק אסאוסיעישען, וואס איז א גרופע פסיכיאטערס וועלכע קומען זיך צונויף אינאיינעם איינמאל אין א פאר יאהר, און זיי ארבייטן דאס אויס אינאיינעם, און פון צייט צו צייט ווערט דאס איבערגעפרישט מיט נייע אינפארמאציע.
דאס לעצטע ביכל איז ארויסגעקומען אין יאר 1994 למספרם, מיט העכער צוויי הונדערט און פופציג סארט פסיכילאגישע פראבלעמען, אין יאר 2000 איז דאס איבערגעפרישט געווארן מיט קליינע ענדערונגען.
דאס ביכל איז געמאכט פאר דאקטורים צו קענען דיאגניזירן די פראבלעמען, עס איז אויסגעשטעלט לויט קאטאגאריעס, וואס גיבט פאר'ן דאקטער די כללים צו אפשאצן פון וואס דער פאציענט ליידט, הויפטזאכליך צו וויסן מיט וועלכע מעדעצינען צו באהאנדלן דעם פראבלעם.
מיר באטאנען אז דאס ביכל איז געמאכט פאר דאקטוירים, אבער פאר פסיכילאגן אדער טערעפיסטן איז נישט שטענדיג אזוי וויכטיג צו וויסן גענוי דעם דיאגנאז פונעם פאציענט, נאר זיי וועלן ענדערש ארבייטן מיט'ן פראבלעם וואס דער פאציענט/קליענט שטעלט פאר, זיי וועלן איהם העלפן זיך ספראווען דערמיט, און זיך זעלבסט היילן מיט די ריכטיגע צוגאנג, ווי שוין דערמאנט.
אזוי ווי דער הויפט ציהל פונעם ביכל איז דער דאקטאר זאל דורך די כללים אויסקלויבן וועלכע מעדעצין צו פארשרייבן, זענען דא פארשידענע קריטעריעס פאר די מעדעצינען, אבער דאך מוז נישט אלעס ממש שטימען מיט'ן מציאות ווי אזוי דער מענטש שפירט זיך באמת.
דאס צו ערקלערן וועלן מיר נעמען א ביישפיל, און אריינקוקן וואס איז לויט'ן די. עס. עם. ביכל די קריטעריע פון;

דער מענטש זארגט זיך נאכאנאנד איבער די מאס פאר'ן וואוילזיין פון זיין פאמיליע, זיין געזונט, זיין פאך, זיין געלט, א.א.וו. ער שפירט שטענדיג ווי די בויך דרייט זיך איהם מיט דאגות, און ער זארגט זיך אן אויפהער אז עפעס שרעקליך גייט פאסירן, אבער דער מענטש ווייסט אליין נישט קיין בארעכטיגטע סיבה פאר די איבערגעטריבענע זארגן.
דאס פאלגענדע זענען די קריטעריעס פונעם די. עס. עם. וואס דער מענטש דארף פארשטעלן פאר דעם דיאגנאוז.
· די זארג פונעם מענטש גייט אן במשך א צייט פון כאטש זעקס חדשים, כמעט יעדן טאג, ד.ה. די מערהייט פון די צייט ליידט ער איבערגעטריבענע זארג.
· דער מענטש האט א פראבלעם צו קאנטראלירן זיינע זארגן.
· דער מענטש שפירט די זארג אזוי שטארק אז דאס אפעקטירט זיין טאג טעגליכן לעבן.
· דער מענטש שפירט אויך פיזישע סימפטאמען פון די זארג, ווי צ.ב.ש. די מוסקלען ווערן פארשטייפט שטייף א.ד.ג.
אצינד, לאמיר דאס צוקלויבן, וואס טוט זיך מיט א מענטש וואס ליידט אויף שרעק נאך פינף און א האלב חדשים... נישט גאנצע זעקס, ליידט ער דען נישט פון שרעק...? טראץ וואס לויט'ן ביכל מוז דאס זיין מינימום גאנצע זעקס חדשים. אדער וואס טוט זיך ווען דער מענטש ליידט שטארק פון שרעק, אבער ער קען – דערווייל - יא אנגיין מיט'ן טאג טעגליכן סדר, ליידט ער דען נאכנישט גענוג אויף שרעק?
און אזוי קען מען זיך אפשטעלן אויף יעדע פון די כללים און קריטעריעס.
נאר אזוי איז דער סדר ווען מען שרייבט כללים און מען שטעלט אויס א קריטעריע, אז מען מוז זיך ערגעץ אפשטעלן, ווי מען זאגט אויף ענגליש, יא העוו טו דראה די ליין סאמוועיר, אבער ווי געזאגט איז דאס בעיקר באשטימט פאר דאקטוירים, און פאליטיש מאטיווירט צו בארעכטיגן ווען דער פראבלעם פארדינט דעם נאמען פון די קריטעריע א.א.וו.
דעריבער וועלן מיר זיך נישט שטעלן דערויף, מיר וועלן זיך נאר באנוצן דערמיט צו שרייבן די אפיציעלע כללים און אינפארמאציע פון די פסיכילאגישע פראבלעמען וועלכע ווערן געדעקט דורכ'ן די. עס. עם.